
CD Tantz Mit Eminah #4 - Ich Bin Nisht Alein
די פערטע אין די סעריע פון "טאנץ מיט אמונה" אלבומס, די ניגונים זענען נישט סתם ניגונים, דאס זענען ניגונים פון התבודדות; רוב ניגונים זענען געמאכט געווארן ביים שמועסן מיט'ן אייבערשטן, און בשעת'ן בענקען צום אייבערשטן. די נייע סידי "איך בין נישט אליין" האט צען ניגונים, הערליך אראפ געזונגען דורכן ראש ישיבה שליט"א מיט די באגלייטונג פון גאר פראפעסיאנאלע מוזיק, מענער און קינדער כאארס, און אלע ניגונים זענען פול מיט חיזוק אויף אלע נקודות וואס מען לערנט אין היכל הקודש. דער ערשטער ניגון "תפילה". דער ניגון דערמאנט אז מען זאל וויסן אז עס איז דא מיט וועם צו שמועסן, "דער באשעפער הערט מיך אויס, איך בין נישט אליין, איך האב וואו צו גיין, דער באשעפער הערט מיך שטענדיג אויס". דער צווייטער ניגון איז "תורה". דער ניגון איז געבויט אויפן שיחה אין שיחות הר"ן, סימן עו; דאס גרויסקייט פון לערנען, "אין צריכין בלימוד רק האמירה", דער עיקר איז לערנען, זאגן די ווערטער פון תורה, אפילו אן פארשטיין. דער דריטער ניגון איז "שלום בית". דער ניגון זאגט אונז וואס איז אן עובד השם? דער וואס העלפט אין שטוב. ווער איז אן ערליכער איד?